Select Category: Where to? דת ואמונה מדע ומחשבה -- נקודה למחשבה אידישע קולטור -- היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר -- אידישע ווערטלאך געקליבנס -- א שמייכל -- אין די שטעטלאך פון אמאל -- אנשי שם -- געזעלשאפט -- געפיהלן און געדאנקען -- דיאלאגן -- דת ואמונה -- וויסענשאפט -- מחשבה -- קונסט
דת ואמונה מדע ומחשבה נקודה למחשבה אידישע קולטור היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר אידישע ווערטלאך געקליבנס שמועסן און ארטיקלען צוזאמגעשלעפט פון מקומות שונים אונטער איין דעכל א שמייכל אין די שטעטלאך פון אמאל אנשי שם געזעלשאפט געפיהלן און געדאנקען דיאלאגן דת ואמונה וויסענשאפט מחשבה קונסט
איך ישוב מיר שוין עטליכע טעג צו איך זאל שרייבן דאס פאלגנדע, ווייל עס איז אביסל באריכות און די נושא איז שוין אפשר צופיל צוקייעט, און אמת’ע חידושים איז שוין נישטא. @שרגא’ס לענגערע הודעה עטליכע בלעטער white shells צוריק האט מיך אבער אנגערייצט, און איך פיל א פליכט צו אנערקענען וואו ער זאגט ריכטיג און אויך דארט וואו איך זעה עטליכע טעותים. אויך, היות עס קוקט אויס ווי עס ווערט דא אביסל סענסיטיוו איבער די נושא פון או-טי-דיס, עס ברויזט זיך אביסל צווישן אייניגע, עס בוזשעווען ווינטן, סיי איבער’ן טיש סיי אינטער’ן (און אויך פון אונזערע גוטע ברודער לוחמי מלחמות ה’ אין איי-וועלט) האב איך אביסל מורא אז די רעגעלמעסיג ‘פרידאם אוו ספיטש’ וואס הערשט יעצט (און וואס איך טוה שטארק שעצן) וועט נחסם ווערן, ממילא איז אפשר כדאי יא אריינצוכאפן אפאר ווערטער.
צום ערשטן וויל איך איין זאך אנמערקן: עס זעהט מיר אויס אז שרגא און אנדערע האבן גערעדט צוממערסטנס נישט פון או-טי-דיס נאר פון “באמס.” ווען איך רעד פון או-טי-די רעד איך נאר פון אזא איינער וואס האט אפגעמאכט א בפירוש’ע החלטה זיך אפצוטיילן אינגאנצן פון דעם ציבור שותו”מ און לעבן א פריי לעבן. איך רעד נישט פון דער וואס ווערט אפגעטיילט למחצה שליש ולרביע. איך רעד נישט פון דער וואס טרעפט זיך איין טאג אינדרויסן ווייל ער’ט זיך אזויפיל געדרייט מיט אנדערע קלים וריקים, און שוין אזויפיל טעג פארגעסן אדער נישט געהאט קיין געדולד צו לייגן תפילין אדער היטן שבת, אבער בעצם עגבערט אים נאך אין מוח אז ער’ז עתיד ליתן את הדין, און האפט נאך איין טאג זיך צוריקצוכאפן מיט א פעסטקייט, אויב נישט דאס יאר יום כיפור דעמאלס נעקסטע, אדער עכ”פ ווען מען הייבט אן רעדן שידוכים פאר זיין עלטסטע קינד. נישט פון אזא איינעם רעד איך. איך האלט די סארט זענען אן נושא וואס קומען בכלל נישט אהער, און זיי אנצורופן או-טי-די איז סתם א צומישעניש און א מיספארשטענדעניש.
שוין עטליכע חדשים וואס עס האלט אין איין ארויפקומען: וואס זענען די מאטיוון פון דעם או-טי-די? זה בכה, וזה בכה, דער האלט תאוות, און דער האלט שכל, דער האלט א צובראכענע שטוב, און דער האלט שלעכטע טאטע מאמע, שלעכטע מלמדים, אביוז, סתם פארביטערטקייט, וכו’, וכו’. און עס קוקט מיר אלץ אויס אז מען היפט איבער דאס וואס קוקט מיר אויס א פשטות שבפשטות.
מענטשן פארלירן אמונה יעדן טאג צוליב קשיות און חקירה. דאס איז א דבר פשוט, און דער פאקט אז אידן יראים ושלמים ציטערן שוין הונדערטער יארן פון חקירה, און דאס אז היינט ציטערט מען פון אפיקרסישע בלאגס און מ’מאכט שטרענגע תקנות אין די פארומס אנטקעגן דברי מינות וכפירה יוכיח אז ס’איז נישט סתם עפעס געזאגט נאר ס’איז אן ערנסע פחד און מען זעהט די פירות דערפון. זענען די קשיות דווקא סאפיסטיקירטע? אפשר נישט. נאר אז דער פרעגער, white shells דער היינטיגער או-טי-די, איז נישט קיין שפינאזע, איז דער משיב — white shells דער רב צו ראש ישיבה צו דער אש התורה קירובניק אויך נישט קיין רמב”ם. יעדער גייט לויט די אייגענע כשרונות.
קיינער ווערט נישט “או-טי-די בפועל” ווייל דער שכל אליין איז אים מחייב. ס’איז פשוט נישט במציאות אזא זאך. נישט אז רוב ווערן נישט. קיינער ווערט נישט. אפילו א זעלטענער בעל מוח קען נישט זאגן אויף זיך אז ער האט זיך זיין גאנץ לעבן איבערגעטוישט בלויז אויף א שכליות’דיגע חשבון.
לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל: א מענטש א בעל מוח זיצט אינמיטן גאס און ער זעט אז עס קומט אים אנטקעגן צו פארן אן קאר. זייענדיג א געבילדעטער און א קלוגער, גיט ער באלד א חשבון אויס, ניצנדיג די כללים פון פיזיקס און מאטעמאטיקע (לאמיר זאגן ער ווייסט פונקטליך די דעטאלן פון דעם קאר, אריינגערעכנט מאסע/ענערגיע/גיכקייט/ווייטקייט/א.א.וו.) אז דער קאר וועט אנקומען צו אים ביז פונקטליך צען סעקונדן, און אויב רוקט ער זיך נישט פון ארט, ווארט אים אפ א זיכערן טויט.
אויב white shells איז דער מענטש בלויז שכל, אויב איז זיין מוח פשוט ווי א קאמפיוטער, האט ער זיך געמאכט א פיינעם חשבון, ס’איז אקוראט און עס שטימט פון אלע זייטן, און יעצט זיצט ער ווייטער מיט א שמייכל ביז דער קאר קומט אן און צעהארגעט אים. דער חשבון איז א פיינער, אבער אויב איז ער פשוט א ראבאט, וועט ער זיך נישט רירן פון ארט.
דער מענטש איז אבער נישט בלויז שכל. ער לעבט מיט א טיפן רצון צו לעבן און מיט פחד פאר’ן טויט, און אט זעהט ער דעם טויט פאר זיך, דאס הארץ נעמט זיך קלאפן און ממילא הייבט ער זיך זאפארט און גיט א שפרינג און רעטעט זיך דאס לעבן. דער שכל האט אים געמאכט א טריקענער חשבון, white shells אבער ס’איז דער פסיכאלאגישער מאטיוו וועלכער האט מחייב געווען די פעולה. white shells
די זעלבע ווען א מענטש קלערט אריין אין עניני אמונה און ער קומט צו שכליות’דיגע החלטות. ער קען מאכן א חשבון צו ער גלייבט אין גאט צו נישט, צו ער גלייבט אין תורה מן השמים, אין דברי נביאים, אין תחיית המתים, וואס
No comments:
Post a Comment