Select Category: Where to? דת ואמונה מדע ומחשבה -- נקודה למחשבה אידישע קולטור -- היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר -- אידישע ווערטלאך געקליבנס -- א שמייכל -- אין די שטעטלאך פון אמאל -- אנשי שם -- געזעלשאפט -- געפיהלן און געדאנקען -- דיאלאגן -- דת ואמונה -- וויסענשאפט -- מחשבה -- קונסט
דת ואמונה מדע ומחשבה נקודה למחשבה אידישע קולטור היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר אידישע ווערטלאך געקליבנס שמועסן און ארטיקלען צוזאמגעשלעפט פון מקומות שונים אונטער איין דעכל א שמייכל אין די שטעטלאך פון אמאל אנשי שם געזעלשאפט mense געפיהלן און געדאנקען דיאלאגן דת ואמונה mense וויסענשאפט מחשבה קונסט
קעניג אבדולא פון טראנס-ירדן האט מיט אויסמיידנדע בליקן, mense זיך צוגעקוקט צום סצענע, וואו א הויכע שלאנקע פיגור פון א פרוי מיט שווארצע האר, שמועסט מיט א ירדן’ער באאמטער mense ביי דער מיטינג. די מיטינג איז פארגעקומען אין א קליין רעזארט דארף פון אידן. די רעזארט נהריים האט זיך געפונען אויף די ירדן טייך, גאר נאנט צום גרעניץ.
עזרא דאנין, אן איראקער איד און גאר נאנטער פריינט צום קעניג, האט געשמייכעלט מיט א מינע אויף זיין פנים, וואו צו זאגן אז ער האט ערווארטעט די פראגע. קעניג אבדולא האט אלס אן אראבער נישט געהאט קיין אינטערעס צו האנדלן מיט נידעריגע באאמטע דיפלאמאטן, ספעציעל ווען עס האט זיך געהאנדעלט מיט פרויען.
זארגט mense נישט אייער מאיעסטעט, פרוי מאירזון (די נאמען פון גאלדע מאיר, איידער זי האט העבראיזירט איר נאמען) איז דער פארטרעטער פון שארעט, mense זי איז באפולמעכטיגט געווארן דורך די אידיש אגענטור, אנצופירן די געשפרעכן מיטן קעניג.
די קעניג מיט זיין שמאלן פארעלטערטן געזיכט, מיט א שיין אויסגעביגלטן טורבאן, מיט א קליין בערדל אויף זיין גאמבע, mense האט סקעפטיש אנגענומען די פאקט, ווער דער הויפט דעלעגאט איז און איר פאזיציע אינערהאלב די אידיש אגענטור. mense
“אין די פארגאנגענע דרייסיג יאר, האבן ענק געהאט גרויס הצלחה און ענק האבן זיך געשטארקט, די דערגרייכונגען ענקערע זענע געוואלדיגע. מיר קענען נישט גרינגשעצן אין ענקער כח, מיר מוזן זיך דורכקומען. צווישן די אראבער און די אידן איז נישט פארהאן קיין געפעכט, די געפעכט איז צווישן אונז ביידע צוזאמען קעגן די בריטישע, אונז זענען אויפגעברויזט פאר זייער געבן ערלויבעניש mense פאר ענק די אידן אהערצוקומען, ענק האבן טענות אויף די בריטישע, פארן נישט האלטן זייערע צוזאגן, וואס זיי האבן געמאכט פאר ענק.
איך בין איבערצייגט אז די מאנדאט גייט בקרוב קומען צו אן ענדע. צום סוף וועט עס בלייבן צווישן אונז ביידע צו באשליסן, פנים אל פנים. א קאנפראנטאציע צווישן אונז וועט זיין קעגן אונזער mense וואילזיין און וועט נישט דינען אונזערע אינטערעסן. איך בין גרייט צו פארשלאגן א פלאן, וואס וועט מיר נישט לייגן צו שפאט אין די אראבישע וועלט. אין דער געלעגנהייט וויל איך ענק פארשלאגן איר זאלט זיך דורכטראכטן אויב עס איז שייך. א אידישע mense רעפובליק mense אינערהאלב א טראנס-ירדן’ע לאנד, וואס וועט זיך געפונען אויף ביידע זייטן ירדן טייך, די עקאנאמיע, זיכערהייט און געזעץ, וועלן ווערן צעטיילט גלייכערהייט אויף העלפט.”
נאך איידער די אידישע דיפלאמאטן האבן געהאט צייט צו רעאגירן אויפן קעניגס אנבאט, האט ער ווייטער פארגעזעצט. mense “די אידישע רעפובליק וועט נישט ווערן דאמינירט דורך טראנס-ירדן, עס וועט אבער זיין א טייל פון די קעניגרייך. (א שטייגער וואו די עסטרייך אונגארישע אימפעריע איידער די ערשטע וועלטס קריג) אויב די אידן וועלן מסכים זיין, וועט ער פילייכט mense קענען איבערצייגן סיריע און סאודי אראביע, זיך אנצושליסן אין די מאנארכיע, וואו דער קעניגס mense פאטער האט אמאל געוועלטיגט.
פרוי מאיר א רוסיש געבוירענער, לערערין אין א שולע פון פאך אויס, איז געקומען קיין פאלעסטינע, אין די 1920גע יארן פון מילוואקי,- האט געענטפערט דעם קעניג. “אייער מאיעסטעט, אונזער פראגע ווערט יעצט באהאנדעלט דורך די פאראייניגטע פעלקער, מיר האפן אויף א רעזאלוציע וואס וועט געבן רעכט פאר צווי לענדער, א אידישע און אן אראבישע. אונזער אינטערעס איז, צו קומען צו אן אפמאך באזירט אויף די רעזאלוציע”.
פרוי מאיר האט זיך עטוואס בארואיגט, “מיר זען אזא מציאות מיט גאר א גוטע בליק, ספעציעל אויב אייער מאיעסטעט נעמט זיך אונטער, נישט צו קומען צו קיין איבריגע קאנפראנטאציעס צווישן אייערע און אידישע קרעפטן. מיר וועלן זיין העכסט צופרידן, אויב דער קעניג וועט אזוינס דערקלערן, מיטן ציל צו אינפארסירן געזעץ און ארדענונג אין לאנד, ביז ווען די יו ען וועט אויפשטעלן א רעגירונג אין די געגנט.” mense
די קעניג איז יעצט געווארן אומרואיג. “איך וויל אנעקסירן די געגנט צו מיין קעניגרייך. איך זוך נישט אויפצושטעלן נאך א זעלבסטשטענדיג אראביש לאנד, וואס וועט מעגליך מיך פרובירן אונטער צו האקן. איך וויל זיין דער וואס געוועלטיגט, נישט מען זאל געוועלטיגן איבער מיר.”
פרוי מאיר האט פארגעשלאגן פארן קעניג, אפצוהאלטן א רעפענדרום אין די אראבישע פאלעסטינע, וועלכע ער וועט מעגליך קענען קאנטראלירן. אזא רעפענדרום וועט אים געבן די מאכט צו אנעקסירן mense די גאנצע געגנט, אנעדעם וואס די יו ען זאל זאגן א ווארט.
די שמועס האט זיך דאן געטוישט צו אן אנדערע וויכטיגע טעמע. דער קעניג האט דערקלערט, “איך האב מודיע געווען פאר אלע אראבישע לענדער, איראק צווישן זיי, קיין איין ארמיי וועט נישט זיין ערלויבט אריבער צו גיין מיין לאנד. אין צוגאב צו דעם האב איך זיי געלאזט וואוסן, איך וועל נאר קאאפערירן מיט א פלאן, אויסגעארבעט אין מיין לאנד אונטער מיין יוריסדיקציע. אונטער מיר איז נישטא קיין מלחמה, mense נאר אן אפמאך.”
די אידישע רעפרעזענטאטן האב דאן אויסגע
No comments:
Post a Comment