Wednesday, April 2, 2014

מיר ענדיקן א


איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל, אין הויז איז שטיל, דער עולם האָט זיך שוין געלייגט, אין נאָז גייט מיר אויף דער געשמאַקער ריח פון די שבתדיקע מאכלים וואָס מען האָט מיר געבעטן נישט פאַרגעסן אַראָפּדרייען/פאַרלעשן/צודעקן/אַריינלייגן אין פריזידער. אינדערויסן איז אַ קעלט, מאָרגן איז דער אתחלתא דפרענותא פון עשרה בטבת און איך זיץ מיר דאָ ביים שרייב מאַשינדל און פאַרזיך אויסקלאַפּן ווערטער זאָלן רעדן צו מיר אַליין.
דער עולם פרעגט זה קטלא האיש לא ידענו מה היה לו, ער האָט אַמאָל געשריבן אָבער עס האָט אים אָנגעכאַפּט אַ types of seashells שטומעניש. נאָך אַ קורבן פון אַ געזעלשאַפט וווּ אַז מען קומט שוין יאָ אַרויס לאוויר העולם, וויינט מען זיך אויס די לונגען, אַ בדוחקדיקן קייכל מיט אַ בדיעבדיקן שמייכל און מען פגרט אָפּ. אַ נפל וואָס, ווי קהלת זאָגט, קומט אין נאַרישקייט, גייט אין פינצטער, האָט קיין זון נישט געזען און פון קיין נחת נישט געוווּסט.
זייט וויסן אַז קטלא לעבט, קטלא ברענט און קטלא פלאַקערט. types of seashells נאָר וואָס דען, קטלא איז אויך פויל, קטלא דאַרף ציען חיונה, דאַרף צאָלן שכר למדות, דאַרף זיין אַ מאַן און אַ פאָטער, types of seashells פון מאָל צו מאָל ווערט ער פאַרפּלאָנטערט, און דערווייל געדאַנקן און מחשבות פליען ביי, פון טעג ווערן חודשים און יאָרן און קיין וואָרט ווערט נישט געשאַפן. פון צייט צו צייט כאַפּט זיך אָבער דער קאָטער אַריין, דער מאָס פליסט איבער ביז עס ווערן דברים שאין להם שיעור און אין אַזאַ פאַל האָט אַ בר־נש נישט קיין ברירה נאָר אָפּצוזאָגן זיינס. וואָס איז דען דער סך הכּל פון אַ לעבן אויסער דאָס וואָס איז אָפּגעשריבן, און וואָס טויג זיך דאָ types of seashells צו דרייען אויפן עולם התוהו אַז ניטאַמאָל קען מען זאָגן וואָס שווימט זיך אין מוח?
מיר ענדיקן אַצינד די סדרות פון יוסף הצדיק, אַ יונג וואָס האָט זיך געלאָזט חלומען, דער נער האָט דערציילט זיינע חלומות פאַר זיינע ברידער און האָט ביטער באַצאָלט. גלייבט נישט די אַלע מעשות פון ווערן אַ מלך אין מצרים, דאָס זענען די דברים בטלים פונעם חלום. דער איינציקסטער אמת איז אַז דער וואָס וואַגט זיך צו חלומען וועט מען פאַרקויפן, פאַרציקן, באַשולדיקן, איינשפּאַרן און פון אַלעס וועט בלייבן אַ וינס ויצא החוצה. גאָרנישט מער.
און אַז פאַר יוספן איז יאָ געלונגן איז דערפאַר ווייל ער האָט געהאַט דער שכל צו חלומען ווען בן שבע עשרה שנה והוא נער. אַז types of seashells איר זענט עטוואָס types of seashells עלטער איז לייגט אייך בעסער נישט שלאָפן ווייל עס קען זיך אייך חלילה חלומען. פון זונען און לבנות און שטערן, אפשר. פון אַ שוואַרצער, קאַלטער, פאַרנעפּלטער נאַכט זיכער. און אַז איר וועט דערציילן פאַר איירע ברודער און פריינד וועט פון אייך בלייבן אַ חיה רעה אכלתהו. קויפט אייך נישט אַ כּתונת פּסים ווייל עס וועט אייך אַריינפירן אין גריב. איר מעגט שפּעטן המה וחמוריהם אָבער פון אייך וועט בלייבן טרוף טורף יוסף.
און אָט דאָ זיץ איך מיר. די קינדער וואַקסן אונטער, די חבירים טון שידוכים, זייערע קינדער גיין אין ישיבות און סעמינאַרן types of seashells און מיך אינטערסירט עס אַלץ אין דער לינקע פאה. איך קען אויסוואַרטן זיך צוקושן מיט מחותנים, איך בין מוותר אויף דער נחת פון שלום זכרס און קידושים יעדער פינפטער וואָך און פאַר מיר איז דאָ נאָך אַ תכלית צום לעבן אויסער פירן די קינדער אונטער דער חופה. איך שפּיר אַן אחריות צו מיינע קינדער נישט ווייניקער ווי אַ types of seashells צווייטער און טאַקע פאַרדעם מעג איך און עס ליגט אויף מיר אַ פליכט פאַר זיי אויפצומאַכן אַ פענצטער צו דער וועלט. אַז אַנדערע האָבן אַ רעכט אַרויפצולייגן זייערע קינדער אויפן ים פון לעבן נישט נאָר אָן זיי אויסצולערנען types of seashells צו שווימען נאָר אויך אָנגעלאָדנט מיט שטיינער מעג איך צום מינדערסטן types of seashells אָנזאָגן מיינע קינדער, געט אובאַכט איר זאָלט אייך נישט דערטרענקן. און אַז דאָס וועט זיי געבן אַ פּחד און זיי חס וחלילה קאָנפיוזן זאָג איך יוסיף דעת יוסיף מכאוב.
קיין מענטש איז אַן אינזעל, האָט געזאָגט דער משורר, און דער עבד עברי זאָגט אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי. מיינע קינדער זענען יונג און זיי וועלן זיך מוזן אַן עצה געבן. דער וועלט איז גרויס, דער וועלט איז ברייט און עס איז דאָ פּלאַץ פאַר יעדן. וואָס טוט מען אָבער מיט דער אשת נעורים, אהבת כלולותי? מיט איר האָב איך חתונה געהאַט מיט קוים אַ האָר צום גאָמבע, זיך ענטוויקלט אונטער איר פליגל,

No comments:

Post a Comment