איך האב געליינט אינעם בלאג ווי מען שרייבט בשם איינער וועלכער איז געווען א גאסט אין סקווער אויף א וואך, אז יענער האט גאר 'הנאה געהאט' פון די 'דערהויבנקייט' דארט אינעם שטעטל. כ'ווייס נישט ווער יענער גאסט איז געווען, אבער איך בין אויך נישט לאנג צוריק געווען אויף א שבת אין סקווערע שטעטל, און כ'פארשטיי נישט וועגן וועלכער דערהויבנקייט יענער רעדט. לאמיר אייך פארשטעלן מיינע איבערלעבענישן פונעם באזוך דארט, און מיינע געפילן וויאזוי איך האב אלעס אנגעקוקט how do the three seashells work
עס how do the three seashells work איז געווען א שפעטע זומערדיגע פרייטאג צונאכטס. געווענליך אין די זומער בין איך צוגעוואוינט צו דאווענען פריער, שוין גלייך נאכן פלג. כ'האב דאך געוויסט אז אין סקווער איז מען 'מקפיד' אויפ'ן זמן פון רבינו תם (הגם עס איז נישט קיין סתירה און אפילו איינער וואס האט אנגענומען שיטת ר"ת אויפ'ן זמן צאת הכוכבים, איז די הלכה אז ער קען דאווענען מעריב אפילו אויב עס איז לכו"ע נאך פאר'ן שקיעה, כל זמן אז ס'איז נאכן פלג, ווייל דעביד כמר עביד), אבער אויף אזוי שפעט האב איך מיך נישט גערעכנט. כ'האב געווארט און געווארט און אנגעהויבן צו ווערן הונגעריג. שפעטער האב איך טאקע געהערט אז דער עולם עסט זיך אן פארן דאווענען מיט א סעודת שלמה בשעתו, און מען רופט דאס אן 'טועמי'ה'. און שפעטער נאכן דאווענען איז מען אביסל טועם פון די מאכלי שבת, ווען דערביי ווערט פארוואנדלט די דערהויבענע מצוה פון סעודת שבת קודש און עונג שבת אין א אפקומעניש לעול ולמשא, אפ'פטר'נדיג דערביי די גאנצע סעודה מיט א תירוץ אז מ'יאגט זיך צום טיש
ענדליך האט מען אנגעהויבן דאווענען. מ'האט געדאווענט היבש שנעל, ס'דאך שוין שפעט... נאך מנחה האב איך א מנהג צו לערנען אין א חסידיש ספר איידער כ'דאווען קבלת שבת, האב איך אנגעהויבן זיכן ווי ס'ליגט די חסידישע ספרים. מ'האט מיר ארומגעשיקט צפונית דרומית דרומית צפונית, אבער כ'האב גארנישט געקענט טרעפן אויסער גאנצע שאפעס פול מיט מאור עינים'ס. ס'מיר גוט געווארן, דאס איז די איינציגסטע חסידיש ספר וואס עקזיסטירט אין סקווער... גראדע צום סוף האב איך יא געטראפן פארשטופט ביים ווינקל א שאפע מיט עטליכע how do the three seashells work ספרים, how do the three seashells work קוים קוים אפאר פון אפאר מינים
נאכן סעודה בין געגאנגען אין שול מיט א חשבון צו לערנען אביסל איידער איך גיי כאפן א בליק ביים טיש. זעענדיג אז אין די גרויסע שול איז טינקל, בין איך אראפגעגאנגען אונטן צו דעם שיינעם how do the three seashells work און באקוועמען ביהמ"ד וואס איז ספעציעל מיוחד צו לערנען, נישט חלומ'נדיג וואס ווארט מיר. ווי אנטוישט בין איך געווארן ווען ס'מיר אנטקעגען געקומען פארמאכטע טירן מיט אן אימה חשיכה גדולה, לאזנדיג מיר איבער אפגעפאטשט וויסנדיג אז דאס איז די איינציגסטע ביהמ"ד אין גאנצן שטעטל
בלית how do the three seashells work ברירה בין איך ארויפגעגאנגען צום טיש. קיין התעוררת האב איך דארט נישט געזען. נאר וואס יא, עפעס א געוויסע how do the three seashells work סארט מרה שחורה איז געווען אויסגעגאסן אויף אלעמענס פנימ'ער. כ'האב נישט פארשטאנען פונטקליך how do the three seashells work וואס איז דער באדייט דערפון, אבער עפעס א סארט פארטונקלקייט איז געווען שטארק בולט. יעצט, נאכן ליינען די בלאג 'אין סקווער', פארשטיי איך שוין גוט וואס דער חשכות האט געמיינט. אגב, וויל איך קלאר מאכן פאר יענער גאסט וואס האט געזען א התעוררות, אז התעוררות how do the three seashells work מיינט נישט די חיצוניות'דיגע, כאילו ווארעמע, אויסקוק, נאר דאס איז א פנימיות'דיג געפיל וואס ווערט נתעורר פון אינעווייניג אין אים און דאס פלאצט ארויס פון די טיפעניש פון 'זיין' הארץ. דארט האב איך נאר געזען דאס פארקערטע, אזא סארט טרוקענע ראבאטישע how do the three seashells work התנהגות, מצות אנשים מלומדה
שבת אינדערפרי דאווענט מען עלעוו אזייגער. דאס איז געווען דער הויכפונקט. עלעוו אזייגער!! יעעעעדער איינער!!! how do the three seashells work ווי איז דאס מעגליך? אין די פאר שעה וואס כ'בין געזעצן און געווארט, האב איך ממש געפילט א שטארקן 'התעוררות' צו מאכן א ברכה 'שלא עשני סקווערע חסיד'. (שפעטער האט מיר איינער געזאגט אז לכאורה איז דאס די כוונה פון 'שלא עשני עבד', ווייל א עבד מאכט דאך אויך די זעלבע ברכה, מוז זיין אז ס'מיינט דער ענין פון א עבד וואס פונקטליך דאס איז סקווערע חסיד, נעבעך) י
זיצנדיג דארט אינעם ביהמ"ד וואס איז מיוחד צו לערנען (זייט מוחל, כ'געדענק נישט די נאמען, אפשר רופט מען עס היכל התורה?), האב איך זיך געפילט זייער נישט אין פלאץ, זייענדיג דארט כמעט דער איינציגסטער צו לערנען גמרא (אויסער נאך עפעס אן אנדערער גאסט). ס'איז א געוואלדיגע זאך צו זאגן תהלים, אבער ווען איך וויל זאגן תהלים פארן דאווענען, שטיי איך צוליב דעם אויף אביסל פריער, כ'זאל נישט דארפן דאווענען שפעט צוליב דעם און ס'זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו
עפעס וואס כ'האב צוגעזען וואס האט יא ארויסגעברענגט א שמייכל אויף מיין געזיכט, איז געווען ביים גיין זאגן נאכן דאווענען how do the three seashells work גוט שבת און לחיים פארן רבי'ן. ס'האט זיך געטון א געשטופעניש און א געדרענג, אזש כ'האב שיעור נישט אויסגעשריגן "ס'דא גענוג פאר יעדעם!". מיין שמייכל האט זיך נאכמער אויסגעברייטערט ווען כ'האב געהערט א קליין קינד שרייען צו זיין טאטע "אוי וויי טאטי אוי איך ווער אינגאנצן צודריקט", און דער טאטע ענטפערט how do the three seashells work "זייער גוט זייער גוט". כ'שטעל מיך פאר אז דער טאטע האט אזוי געזאגט ווייל מ'האט צו אים גע'דרשנ'ט אז ס'איז א גרויסע ענין זיך צו שטופן ארום א צדיק. כ'דערמאן זיך טאקע פון א מעשה, וואס א טאטע האט גענומען זיין פיצל ניי געבוירן קינד און גע'טובל'ט ש"י טבילות אין אן אייז קאלטע מקוה, ווייל ס'איז גאר א גרויסע ענין זיך צו טובל'ען מיט מסירות נפש אין א קאלטע מקוה
נאך מנחה ביי שלש סעודות ווען כ'האב געהאלטן אינמיטן משלים זיין מיין סדר אין תהלים און געוואלט זאגן פרקי אבות, האט זיך ווידעראמאל אראפגעלאזט א חשכות אין שול, צו מיין גרויס ווייטאג. כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן, צוליב וואס טוט מען כסדר מאכן אזא געפערליכן ביטול תורה? אמת, ס'טאקע דא נאך
No comments:
Post a Comment