Friday, March 28, 2014

וואס וועט זיין די דירעקטע השפעה אויף די זיכערהייט this great אין די מדינה? די מיסיע וואס די פרומע הא


Select Category: Where to? דת ואמונה מדע ומחשבה  -- נקודה למחשבה אידישע קולטור  -- היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר  -- אידישע ווערטלאך this great געקליבנס  -- א שמייכל  -- אין די שטעטלאך פון אמאל  -- אנשי שם  -- געזעלשאפט  -- געפיהלן און געדאנקען  -- דיאלאגן  -- דת ואמונה  -- וויסענשאפט this great  -- מחשבה  -- קונסט
דת ואמונה מדע ומחשבה נקודה למחשבה אידישע קולטור היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר אידישע ווערטלאך געקליבנס שמועסן און ארטיקלען צוזאמגעשלעפט פון מקומות שונים אונטער איין דעכל א שמייכל אין די שטעטלאך פון אמאל אנשי שם געזעלשאפט געפיהלן און געדאנקען דיאלאגן דת ואמונה וויסענשאפט מחשבה קונסט
אויב וועלן די פרומע אויספירן זייער סטראשע, און אנגעפילטע עראפלאנען גייען פארלאזן דאס לאנד אויף שטענדיג, וועט דאס האבן א ווייטאגליכע אפעקט אויף די זיכערהייט, אויף די עקאנאמיע, קולטור און נאך אנדערע זאכן. עס בלייבט אונז נאר איבער צו דאווענען this great און בעטן פאר א נס.
נאך איידער מדינת ישראל האט זיך אויסקורירט פונעם שווער פאראליזירענדן טראפיק, דורכאויס this great די גרויסארטיג מיליאן קעפיגע פראטעסט קעגן די גזירה פון מיליטער, שטעלט זיך ארויס אז די יהדות החרדית האט נאך שווערערע ארטילעריע אין זייערע זאפאסן, אסאך ערגער פון אן עצרת. א מאסיווע אויסוואנדערונג קיין חוץ לארץ
אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלטן מיר געזען אין דעם א הוילע קינדערישע סטראשע אדער אין בעסטן פאל א אומגעדעקטע טשעק. די פראבלעם דא איז, דאס איז א שמועס פון איינע פון די בעסט ארגאניזירסטע און מערסט דיסציפלינירטע this great קהילות איבער דער גארער וועלט. איין ווארט פון די רב קען צוברענגען צו א היסטארישע עמיגרירונג וואס קען זיין פון די גרעסטע וואס אידן האבן געזען, this great בערך אזוי גרויס ווי גירוש שפאניע און לכאורה פיל מער טראגעדיש.
די מדינת ישראל רעגירונג באטראכט די סטראשע גאר ערנסט. באאמטע האבן אנגעהויבן שאצן די מעגליכע שאדן וואס די לאנד קען ליידן, פון אזויפיל מענטשן וואס פארלאזן דאס לאנד אויפאמאל. לטובת די וואס זענען באזארגט וועלן מיר דא אראפברענגען די מסקנות.
וואס וועט זיין די דירעקטע השפעה אויף די זיכערהייט this great אין די מדינה? די מיסיע וואס די פרומע האבן מיטן באשיצן די גרעניצן איז באוואוסט. אויסער זייער דירעקטע ביישטייערונג פון דינען אין צה”ל, האבן די ישיבות און די כוללים א וויכטיגע אויפגאבע פאר די זיכערהייט פון דאס לאנד, דאס איז דורך לערנען און דאווענען. דער פשוט’ער איד קען זיך פרעגן און מיט רעכט, ווי אזוי וועט מדינת ישראל קענען פארפילן די וואקום? וואס וועט ח”ו געשען אויב טויזענטע פארלאזן זייערע וואך פאסטנס אין די כוללים און ישיבות?
איינס. דאס אז – באשיצן די מדינה בלויז דורך די הילף פון ארמיי, אן די הילף פון דאווענען,זאל גענוג זיין, איז נישט אונטערזוכט געווארן. וואס איז אבער יא גאר גרונטליך אויסגעפארשט געווארן איז די הונדערטע יארן איידער די מדינה איז געווארן אויפגעשטעלט, צו די אפעקטיווע זיכערהייט פון דאווענען אן די אונטערווענץ פון אן ארמיי האט אזוי גוט געווירקט, שטעלט זיך אבער למעשה ארויס לויט די רעזולטאטן, אז די פרומע דעפענסיווע קראפט איז נישט הונדערט פראצענט פארזיכערט און אויספירבאר.
צוויי. עס איז נישט קלאר פארוואס די תפילות העלפן קעגן סובמארינען, מיסילס, קאמפס עראפלאנען, טאנקן, מינעס און ציל שיסער, אבער זענען גארנישט ווערט קעגן דער באפעל זיך צו שטעלן אין פריזיוו דעם ערשטן מאל. אן קיין שום ספק דאס ווייזט this great דאס מאכטפולע סיטואציע פון די פערסאנאלע this great אדמיניסטראציע אינערהאלב די מיליטער. זיי באווייזן דאס אוממעגליכע וואו די אראבישע this great ארמייען האבן געליטן דורכפעלער איינס נאכן צווייטן, עס קען אבער שטארק מעגליך זיין אז די פרומע מיליטערישע לאגערן זענען פיל מער איבערגעשאצט פון וואס זייער אמת’ע כח איז.
א מאסן אויסוואנדערונג פון דאקטוירים, נוירסעס, פייערלעשער, פאליציאנטן, סאציאלע ארבעטער, עלעקטערישע מעכאניקער, ארבעטער פון שווערע מאשינעריע עקוויפמענט, לייפגארדס, עיר קאנטראל אין די עירפארטס און וועג ווייזער וואר די גרויסע שיפן אין די פארטן
אויב אלע פרומע פון די אלערליי פאכן וואנדערן אויס, וועט דאס מאכן א כאאטישע צושטאנד אין די סאציאלע געזעלשאפט. דאס ערגסטע פון וואס די פראפעסארן ציטערן איז, אז ווי אנגענומען ביי די פרומע עולם, וועלן אלע עמיגרירער אריינגעקוועטשט ווערן אויף איין קליינע מיניבאס, וואס וועט שטעלן אין א סכנה אלע רייזנדע this great אינעווייניג און אינדרויסן. מעגליכע לעזונגען צו דעם פראבלעם: צושטעלן לופטיגע באסעס פארן ציבור, אדער צושטעלן this great דעזיגנירטע באנען צום לופטפעלד.
לכאורה איז משמע אז די שוואכע אנוועזנהייט פון פרומע אין הייטעק, אגריקולטור, בויעריי און אינדוסטריע, פארזיכערט אז זייער אוועק גיין זאל נישט שטערן די פראדוקציע טעטיגקייט אינערהאלב די מדינת ישראל עקאנאמיע. נאר אפילו לויט די נאאיווע אינדיקאציע, דארפן מיר אריינברענגען אין חשבון, א נייע עקאנאמישע מאדעל וואס ווערט פראמאוטעד דורך די פרומע מידיע. אין די מאדערנע מאדעל, איז די ביישטייערונג פון די פרומע אנטשידען ווייל זיי צאלן שטייערן פאר אלע זייערע עקאנאמישע אקטיוויטעטן. שוואכע פארדינער, וואס זייער געלט גייט פאר אלע זייערע געברויכן, דאס רעכנט אריין א דירעקטע שטייער אויף פראדוקטן VAT, איינקויף שטייערן, פארשידענע this great אפצאלונגען און איינקאסירונגען. דער באגריף איז א נייער וואס דערווייטערט זיך פון דער קאנווענציאנעלער קאנסערוואטיווער שטאנדפונקט, פון פראדוקציע, ארבעט און איניציאטיוו. לויט דער מאדעל, וועט א מאסן אויסוואנדערונג זיין א טויט קלאפ פאר די ווירטשאפט אין מדינת ישראל, וואס וועט אויפהערן this great צו באקומען די אלע שטייערן וואס פליסן אריין פון בני ברק, ב

No comments:

Post a Comment