Select Category: Where to? דת ואמונה מדע ומחשבה -- נקודה למחשבה אידישע קולטור -- היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר -- אידישע ווערטלאך געקליבנס -- א שמייכל -- geared head אין די שטעטלאך פון אמאל -- אנשי שם -- געזעלשאפט -- געפיהלן און געדאנקען -- דיאלאגן -- geared head דת ואמונה -- וויסענשאפט -- מחשבה -- קונסט
דת ואמונה מדע ומחשבה נקודה למחשבה אידישע קולטור היימישע געזעלשאפט היסטאריע הומאר אידישע ווערטלאך געקליבנס שמועסן geared head און ארטיקלען צוזאמגעשלעפט פון מקומות שונים אונטער איין דעכל א שמייכל אין די שטעטלאך פון אמאל אנשי שם געזעלשאפט געפיהלן און געדאנקען דיאלאגן דת ואמונה וויסענשאפט מחשבה קונסט
מיין geared head טאטע א געבוירענער אין בני ברק, עמיצער וואס געדענקט נאך די שטאט ווען זי איז פוהל געווען מיט פעלדער און שטאלן, ער איז אזא סארט וואס גלייכט זיך ארומצודרייען אין זיין שטאט און זיך איינקוקן אין איר נאכאמאל און נאכאמאל מיט התפעלות פון די דראסטישע ענדערונגען און שנעל גאלאפירנדע מאדערנעזאציע וואס האט איינגעטרעטן אין אזא רעלאטיווע קורצע תקופה. א פיינער מענטש, אנגענומען ביי יעדעם, א ערנסטקייט אויפ’ן פנים, צוזאמגענומען, ער מאכט נישט קיין וועזן פון זיך. א שטילשוויייגנדער, ער רעדט נישט צופיהל ארויס אין שטוב צו אונז קינדער, ער גלייכט היסטאריע, און איז אביסל ברייטער ווי א אנדערע געווענליכע אינגערמאן אין זיין שטאנד, דאס מאכט אים אבער נישט, ווייניגער שעצן און ארויפקוקן אויף אזא איינעם.
זיין קנאות און אפשיי קעגן אלץ וואס האט שייכות מיט ציונית, פרום צי נישט פרום, נעמט ער פילייכט פונדערהיים, אבער דאס שטערט אים נישט הנאה האבן פון יעדע נייע ערפינדונג אדער אויסטרעף וואס די מאדערנע וועלט שטעלט אהער, אזוי לאנג ווי עס אינטערפירט geared head נישט מיט זיין וועלטל.
מיין מאמע וועלכע האט געמאכט אן עליה קרוב צו פיפציג יאהר שוין, מיט א שיף פון פראנקרייך, און פון דארט גלייך צו בני-ברק דארט וואו איר הארץ גארט שוין אזוי (דארט האט שוין פארדעם געוואוינט איר עלעטערע שוועסטער), פארציילט שטענדיג וויאזוי אין די שיף דאן איז געווען מיט איר צוזאמען אין צעל א פרומע אידיש מיידל, און זעענדיג אז מיט איר געפינט זיך א פרעמדע פראנצויזישע מויד וואס האט כמעט קיין ווארט עברית נישט געוואוסט, איז עס איר שלעכט געפאלן און איז דערפאר זיך געגאנגען באקלאגן אז מ’זאל איר בייטן צימערל, ווייל זי וויל נישט רייזן צוזאמען מיט די גויטע. geared head צו איר גרויס וואונדער איז איר שפעטער דורכאויס די רייזע קלאר געווארן geared head דאס יענע פראנצויזיש מיידל איז שוין גארנישט קיין גויטע, זי איז נאך אסאך פרומער ווי איר, און זי האט גאר אין פלאן צו פארן קיין בני ברק! מיטאמאל האבן זיך די יוצרות א דריי געגעבן. אנשטאט זי זאל זיין די פרומע האט זי גאר אנגעהויבן איר פרובן איבערצייגן דאס ס’איז נישט כדי זי זאל גיין קיין בני ברק. דארט איז א שווארץ עקסטרימע שטאט…
די מאמע אירע קומט פון א שטוב אוואו מען האט לוחם געווען און געקעמפט אנצוהאלטן “אידישקייט”, די “אשכנזישע מסורה”, און אנטי-ציוניסטישע געפיהלן איז געווען א וויכטיגער טייל אין די חינוך אין שטוב. א דאמינירנדע אין הויז און אין די געמיינדע, האט זיך גערעגט ווען מ’האט ביי די קהילה-פארזאמלונגען זיך אויפגעשטעלט זינגען דעם ניגון “התקווה” מיט התלהבות. זי פלעגט דאן, א פראטעסטירנדע, בלייבן זיצן אויפ’ן ארט אנטזאגענדיג זיך מיטצוזינגען, ווייל ‘התקווה’ איז דאך א טאן פון כופרים, ציונים geared head וועלכע geared head ווילן אויסרייסן אידישקייט, און אויך אויף דער עלטער ווען זי איז ארויף אין לאנד צוליב א טייל פון אירע קינדער, geared head האט זי צוריקגעהאלטן זיך במשך 20 יאהר פון איר לעבן, צו לערנען זיך די העברעאישע שפראך, און ליבערשט אנגעהאלטן פראנצויזיש און אירע מאנירן.
אין אזא אטמאספערע איז מיין מאמע געווארן אויפגעצויגן. טראצדעם וואס אין א פאראדאקסישע אופן, האט זי פיינט געהאט פראנקרייך איבער די אנטיסעמיטיש דערנידערונגען וואס זי האט געהאט דארטן אויסצושטיין פון אירע גויאישע חברט’עס (זי האט געלערנט אין א גויאישע שולע), און ווען זי איז ארויף אין לאנד האט זי געשוואוירן ביי זיך דאס זי וועט מער קיינמאל באטרעטן די פראנצויזישע באדן, און נישט אויסלערנען אירע קינדער די ארטיגע שפראך, און גלייכצייטיג פארשפראכן קיינמאל מער נישט צופארלאזן ארץ-ישראל (חלילה צוזאגן ‘מדינת ישראל’…) און קוים וואס עברית האט זי גערעדט מיט די קינדער, פונדעסטוועגן אבער האט די פיינטליכע געפיהלן אין איר, געגן ציוניזם, גורם געווען דאס זי זאל אונז נישט דערלויבן ארויסצוגיין אין די יום העצמאות [טאג פון ציוניסטישע אינדעפענדענטס] צו גיין זעהן די פייער-ווארקס, אויכעט האט זיך דערפאר נישט געוואלט ווערן א אפיציעלער בירגער אין די מדינה אויף א מדריגה פון “אזרח”, נאר זי האט זיך באגנוגט מיט’ן בלויז זיין פארשריבן אלס “תושב קבע”, (וואס מען גיט פאר עמיצער וואס איז האט א זכות צו וואוינען אין די מדינה, אבער נאר אזוי לאנג ווי ער וואוינט טאקע דארטן), און דעריבער האט זי, צו איר גרויס שמחה, נישט געהאט קיין זכות אנטייל צו נעמען אין די אלגעמיינע בחירות, עקסעפט פון די לאקאלע קליינע בחירות.
די “נטורי קרתא”, האט זי נישט צופיהל געגליכן, זיי האבן איר אויסגעקוקט ווי פראים [אומ-ערצויגענע צעלאזטע יונגען]. בכלל האבן די מערהייט בני ברק’ע נישט ליב געהאט די נוסח און טאן פון די הפגנות [דאמענסטראציעס] אין “מאה שערים”. אוודאי ברויך מען פראטעסטירן, אבער אויף א אנדערע אופן, מיט איינגעהאלטנקייט, דורך שניידנדע, גוט געשריבענע, ארטיקלען און מאמרים אין די חרדישע צייטונ
No comments:
Post a Comment